Shmuel Halkin ( שמואל האלקין )

פאן פארגאנגענעם

די ליפן בײַם טאָטן ווי עמעצן בענטשט ער,
די אויגן צום האַרט–גרינעם מערבֿ געהויבן;
דעם טויט–קאַלטן פֿאָרהאַנג ער הייבט אויף פֿון פֿענצטער,
ווישט אויס מיט די פֿינגער פֿאַרלאָפֿענע שויבן

צוויי שטערן– צוויי נאָדלען אין הימל פֿאַרשטאָבן,
באַזילבערטע בלאָטעס צעגרײַזלען די זשאַבעס
אוי, זאָל מען דעם טישטעך ניט לייגן דעם וואָכיקן
זאָל דאָ נאָך פֿאַרבלײַבן אַ זכר פֿון שבת






Shmuel Halkin ( Roachov , Bielorrusia, 1897 - Moscú 1960). Poeta.